אײראָפּע: פּראָגראַמװאַרג און די װעלטנעץ: אוניקאָד איבער דער גאָרער װעלט IUC10 פֿאַרשרײַבט זיך שױן אױף דער צענטער אינטערנאַציאָנאַלער אוניקאָד-קאָנפֿערענץ, װאָס װעט פֿאָרקומען דעם 10טן ביזן 12טן מאַרץ, 1997, אין מײַנץ, דײַטשלאַנד. די קאָנפֿערענץ װעט צוזאַמענברענגן מבֿינים פֿון װעלטנעץ, אוניקאָד, אי אַלװעלטלעכן אי סבֿיבֿהדיקן פּראָגראַמװאַרג, אַרײַנשטעלן אוניקאָד אין אָפּעריר-סיסטעמען און אָנװענדונגען, שריפֿטן, טעקסט-אױסשטעל, און מערשפּראַכיקע קאָמפּיוטערײַ. Unicode אַז די װעלט װיל רעדן, רעדט זי אוניקאָד